Jun 062015
 

יעקב גלאטשטײן (1886 – 1971)
דור נכדיי

 
עָרַגְתִּי לְךָ
מָלֵא יִסּוּרִים רַבִּים.
הוֹצֵאתִיךָ,
עוֹד לֹא נוֹלַד,
מִין הַמֵּצַר הַמַּר,
הֵבֵאתִיךָ בַּחֲלָצַי.
שָׁלוֹשׁ פְּעָמִים אָמַרְתִּי לְךָ:
בְּשִׁכְחָתְךָ חֲיֵה,
בְּשִׁכְחָתְךָ.
 
רֹאשְׁךָ הֶחָפְשִׁי
מְתֻלְתַּל בְּשִׂמְחָה.
זְרוֹעֲךָ חֲזָקָה
וּנְטוּיָה.
הַרְשֵׁה לִי לְנַסּוֹת
לִמְצוֹא בְּתוֹכְךָ
אֶת בְּנָם שֶׁל יִסּוּרִים
יְהוּדִיִּים גְּמוּלִים.
 
מִכָּאן אֵלֵךְ לִי לְבַדִּי.
וְאוֹתְךָ שִׂמְחָתְךָ מַרְחִיקָה.
קוֹלְךָ הַנִּמְצָא בֶּהָרִים
לוֹעֵג לְזִקְנָתִי הַמִּתְפַּלֶּלֶת.
אֶפֹּל לִי בֵּין הֶהָרִים
וְאַהֲפוֹךְ לְגֶשֶׁר.
מִדּוֹר לְדוֹר אֲצַפֶּה בְּעֶרְגָּה
לְקוֹל פְּעָמֶיךָ —
הָלוֹךְ וָשׁוֹב,
הָלוֹךְ וָשׁוֹב.
י

יעקב גלאטשטיין
מײַן אײניקל-דור

 
כ’האָב דיך אױסגעבענקט
מיט אַזױ פיל יסורים.
כ’האָב דיך אַרױסגעפירט,
אַ נאָך-ניט-געבױרענעם,
פון ביטערן קלעם,
דיך געבראַכט נאָך אין מײַנע לענדן.
כ’האָב דיר דרײַ מאָל געזאָגט:
אין דײַן פאַרגעסעניש זאָלסטו לעבן,
אין דײַן פאַרגעסעניש.
 
דײַן פרײַער קאָפּ
איז פאַרקרײַזלט מיט פרײד.
דײַן אָרעם שטאַרק
און אױסגעשטרעקט.
לאָז מיך דערקענען אין דיר
דאָס קינד פון אַנטװײנטע
ײִדישע יסורים.
 
איצט גיי איך אַליין.
דײַן פרייד דערװײַטערט דיך.
דײַן קול צװישן די בערג
פאַרשפּאָט מײַן פאַרדאַװנטע עלטער.
צװישן די בערג װעל איך פאַלן
און װערן אַ בריק.
און דור נאָך דור װעל איך בענקען
נאָך דײַנע טריט —
הין און קריק,
הין און קריק.
י

 Leave a Reply

You may use these HTML tags and attributes: <a href="" title=""> <abbr title=""> <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> <em> <i> <q cite=""> <s> <strike> <strong>

(required)

(required)

Are you a Russian spam robot? Prove it: *